TwitLonger

דברים חוצבים בלהבת אש שהשמעו האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א
(בתוך דברות קודש אצל דינער השנתי לטובת מוסדות קרית יואל)
...אז מ'שטעלט זיך אויף רעדן פאר א ציבור, כ'וויל אייך זאגן כ'בין געווען שבת און שטאט (וומסב"ג). ס'הערשט און שטאט זייער א גרויסע צובראכנע גייסט, ווער ס'האלט מיט די נייעס פון שטאט אוים ונורא! ווי א יודישע טאכטער איז צוגעקומען צו א מדריגה, שרעקליך! מ'פרעגט די וואכענדיגע סדרה בלשון בתמיה הכזונה יעשה את אחותינו???(בראשית ל"ד,ל"א) שרעקליך! שרעקליך! ווי מ'האלט, כשיורדין, יורדין עד לעפר, ס'טוט זייער וויי ס'זייער ווייטאגליך! זייער ווייטאגליך! כ'מיין אז ס'נאכנישט געווען אזא מיאוסע פרשה און די יהדות החרדות, ויגע ויצאו ירכו, יא! נעבעך! ס'געלונגן פאר'ן ס"ם ויצאו ירכו, ס'איז אויך א קינד פון יעקב אבינו, ס'זייער א גרויסע בושה און ס'זייער א גרויסע ווייטאג, ס'זייער ווייטאגליך אוי! ס'נעבעך ליידער נישט קיין בת יחידה! א גאנצע גרופע, נעבעך! ס'שרעקליך! ס'שרעקליך! איך זאג אייך איך בין געווען שבת און שטאט, ס'איז זייער צובראכן, זיי קומען פון חסיד'שע עלטערן, מיט שטריימל בעקיטשע, חסיד'שע עלטערן, און מ'האלט ביי אזא מצב.
מען דארף אכטונג געבן אויף חינוך הבנים און אויף חינוך הבנות מיט זיבן אויגן, דער אייבערשטער זאל אפהיטן יעדן יוד און יעדע יודישע שטוב... והמשיך האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א בעניני חינוך הבנות והבנים.
Written By @VeltsShtiper.

http://tl.gd/k7447u · Reply
Report post (?)